נאָך מיטאַפּס

געפּראַװעט האָב איך דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אין מענהעטן מיט אַ צאָל ייִדישיסטן, מײַנע גוטע־פֿרײַנט לײזער, מנחם־יענקל, און חנה־רבֿקה בתוכם. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָב איך געגעסן בײַ לײזערן אין זײַן מאַמעס דירה, און זיך אַרײַנגעכאַפּט האָט יואלי (נו, װי אַזױ שרײַבט מען?), אַ װױלער בחור פֿון קרית־יואל. מיר האָבן אַדורכגעשמועסט און אַדורכשפּאַצירט דעם אָפּער־איסט־סײַד. ס’איז געװען, װי געװענטלעך, אַ מחיה זיך צו באַקענען און אַ שמועס צו כאַפּן מיט אַ יונגן געבױרנעם ייִדיש רעדער. אפֿשר צוליב דעם װאָס ער איז אַ סאַטמאַרער (?) איז זײַן ייִדיש דװקא נישט אַזױ דורכגעװײקט מיט אַנגליציזמען.

אַ פּאָר באַמערקונגען װעגן זײַן שפּראַך:

ער רעדט אַרױס  דאָס װאָרט “ברוקלין” נישט \BROOK-lin\ נאָר \broo-CLEAN\.
ער איז נישט געװען אַזױ אױסגעהאַלטן מיט זײַן אַרױסרעד. אָפֿט מאָל האָט ער אַרױסגערעדט אַ װאָרט אַזױ װי ער האָט ערשט געהערט װי מיר רעדן עס אַרױס, װאָס דאַכט זיך מאָדנע פֿאַר אַ געבױרענער רעדער מיט נישט געבױרענע רעדערס. ער האָט אױך אָנגעהױבן צו ניצן דאָס װאָרט “בילעט” שטאָטס “טיקעט” נאָך דעם װי ער האָט געהערט װי מיר ניצן עס. קען עס גאָמאָלט זײַן אַז ער שאַצט אָפּ אונדזער שפּראַך אײדער זײַן אײגענע?

שבת בײַ טאָג האָבן לײזער און איך געגעסן מיטיק בײַ מנחם־יענקלען, װאָס האָט אונדז געקאָכן אַ הײסן אַ געשמאַקן טשאָלנט, לכּובֿד שבת! איך האָב זיך באַקענט מיט אַ פּאָר פֿון די ייִדיש־פּראָגראַמניקעס, װי אַרנאָ, אַ פּראַנצױז. מיר זענען שפּעטער געגאַנגען אין פּאַרק שפּילן פֿוסבאָל באָרװעסערהײט. גײ פֿאַרשטײ פֿאַר װאָס מיר האָבן געדאַרפֿט שפּילן אָן שיך! מע האָט מיר געזאָגט אַז ס’איז כּדי מע זאָל נישט װי טון אײנער דעם אַנדערן די פֿיס, אָבער ס’איז שװער זיך אױסצומאָלן אַז דאָס װאָלט מער װײ געטון װי שפּילן אָן שיך.

זונטיק בין איך געגאַנגען אױף צװײ “מיטאַפּ” גרופּעס. די ערשטע איז געװען אַ ייִדיש־שפּראַכיקע, אָנגעפֿירט דורך דער קעז־באַלעבאָסטע, עליזאַבעט (נעכטן האָבן מיר איר אַ ייִדישן נאָמען געגעבן שבֿע). פּערעלע איז בײַגעװען, און מנחם־יענקל איז אױך געקומען. דאָס קען נישט זײַן זײער אינטערעסאַנט, צו לײענען װאָס איך האָב נעכטן געטון? אפֿשר װען איך װאָלט געגבן עפּעס אַ קאָמענטאַר, אָבער דאָס אױך נישט! עס איז צו װוּנדערן אױב איר לײענט נאָך!

נאָך דעם ייִדיש מיטאַפּ בין איך געגאַנגען אױף אַ רוסיש־ייִדיש “ירושה” מיטאַפּ. דער אָנפֿירער, אַן ערנסטער, װיל שאַפֿן אַן אינטעלעקטועלע סבֿיבֿה אַזאַ, װי מע קען עפּעס “אױפֿטון” מיטן ייִדיש־רוסישן אידענטיטעט. גײ װײס װאָס ער איז אױסן! און אַלע דאָרטן האָבן בעסער געקענט רעדן רוסיש װי איך, אָבער מע האָט גערעדט ענגליש. אַ קלאָג! דער אָנפֿירער איז אָבער יאָ אַ סימפּאַטישער און מיר זענען נאָכן טרעפֿעניש געגאַנגען עסן פּיצע צוזאַמען (װאָס איך װעל פֿון איצטערט אָן פּרוּװן אַרױסרעדן “צאַם” װײַל אַזױ נײגן זיך די חסידים, און דאָס איז עפּעס װאָס איז געװאָקסן אין אונדזער מיסט!), און ער מיט זײַן באַקאַנטע האָבן געפּרוּװט רעדן רוסיש מיט מיר, אָבער ס’איז נאָך געװען שװער. די פּראָבלעם איז נישט אַנדערש װי מײַן שװעריקײטן מיט דער שפּראַך. נו, עס װעט זיך פֿאַרבעסערן. איצט האָף איך אַז איך האָב אײַך אַלע געהאָלפֿן אײַנשלאָפֿן. אַ גוטן!

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s


%d bloggers like this: